ישראל
דאַנאַ דאַנאַ
(ייִדיש 意第绪文 Yiddish)
אױפֿן פֿורל ליגט דאָס קעלבל, ליגט געבונדן מיט אַ שטריק. הױך אין הימל פֿליט דאָס שװעלבל, פֿרײט זיך, דרײט זיך הין און צוריק.
לאַכט דער װינט אין קאָרן, לאַכט און לאַכט און לאַכט, לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן מיט אַ האַלבע נאַכט. דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, ...
שרײַט דאָס קעלבל, זאָגט דער פּױער: װער זשע הײסט דיר זײַן אַ קאַלב? װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ פֿױגל, װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ שװאַלב.
לאַכט דער װינט אין קאָרן, לאַכט און לאַכט און לאַכט, לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן מיט אַ האַלבע נאַכט. דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, ...
בלינדע קעלבער טוט מען בינדן און מען שלעפּט זײ און מען שעכט, װער ס'האָט פֿליגל, פֿליט אַרױפֿצו, איז בײַ קײנעם ניט קײן קנעכט.

|

|